Sunday, December 16, 2012

אַ רויז האָט זיך פאַרליבט אין אַ סקאַרבאָוונעם גרעזל
און בייגט זיך צאַרט און ציטעריק צו אים
נאָר גרעזל קאָן אַלץ ניט באַגרייפן אַזאַ מזל
וואָס איז לכל־הדעות גאָרניט אַזוי שלים

און שטייט ווי גולם, אָפּגעבאַרעט, גאָר אָן לשון
און ציטערט געבן זיך פון אָרט אַ ריר
און בלייבט אָפּהענטיק שטיין אַלץ ביי דער טיר
ביז ס'ווערט דער רויטער פלאַם פון רויז פאַרלאָשן

עך, גרעזל, גרעזל, סאַראַ בראָך אויף דיר

Top of Form


Monday, December 10, 2012






ווער זאָגט אַז די ליבשאַפט זי קאָן זיך ניט שטאַרקן, ניט כּפלען
העכער פון טורעם פון בבל און שטאַרקער פון טורעם פון אייפעל
און הילכן אויף טויזנטער קולות און ברענען מיט טויזנטער זונען
צעפּויקט אין מיליאָנען איי־פאָנען און מיט טויזנטער קלאָנען באַנומען
צעבליט און צעגליט איבער ווייטקייטן מילי־מיליאָניי־מיליאַסן
פון אויפשטייג פון בערן אין צפון ביז היץ־טענץ ביי די פּופּואַסן
ווער זאָגט עס אַז ליבשאַפט דערוועקט בלויז אַ שטאָך און אַ געניץ
בעת זי אינדעראמתן ווייסט ניט פון וואָג, צי פון מאָס, צי פון גרעניץ
בעת זי גאָר צעכוואַליעט זיך ווילדרייך און זילבעריק שטראַליק
און איבער אונדז אַלעמען – קוואַליקט, און קוואַליקט, און קוואַליקט





Monday, December 03, 2012

שטומע בליקן




שטומע בליקן קוויקן זיך און קוויקן
און ניט זאָגן אויס קיין וואָרט די ליפּן
בלויז די ברעמען זשעדנע זיך פאַרהייבן
קוים עס לאָזט זיך אויף אַן אמת גלייבן

ס'אַראַ פרייד און ס'אַראַ פאַרגעניגן
מיט דעם שטומען דרייסט פון בליקן
זיך צו וויגן
ס'אַראַ זכות איז דאָס און ס'אַראַ ברכה
אַז אַ ברעמען־ליפּן טענצל יכולט
זיך פאַרקאָכן

און וואָס בלייבט צום סוף, צו אַל־די
רוחות
ווינטן ווייען
און דער האַרצוויי – דער מיוחס
קינדער קרייען
אויס אָט באַלד
קינדסקינדער
בעת דאָס שאַרפע טענצל
ווערט ניט לינדער

ס'אַראַ גנאָד און ס'אַראַ ווילדער חסד
שטומע, פייכטע בליקן
אויף די ליפּן איינגעטעסעט
און עס בלייבט אויף אייביק
צוושין האָר און שכל
פרישקייט פון קאַיאָר
צעקרישלט אין שמייכל




שטילעניש



די שטילקייט איז אַן איינגערעדטע זאַך
וואָס מ'דערהערט אין איר, טיף־טיף אין אויער,
ווי אומגעהייער אומאויפהערלעך וואַכט
די פרישע זשומעניש פון לעבעדיקן דויער

און ס'דאַכט צו־מאָל ווען ניט דער גאָב פון שווייג
וואָלט גאָר די וועלט מער ניט געהאַט קיין תיקון

געשרייען ווילדע איינגעשפּאַרט אין שטייג
זיך אומגעריכט מיט שטילעניש דערקוויקן



Friday, September 14, 2012

לשנה טובה תכתבו ותחתמו



-

דאָס נייע בוך לידער איז אַרויס 

אין דעם "אַליין איז די נשמה ריין"־פאַרלאַג 

אין ירושלים, יולי 2012

דעם גאַנצן אינהאַלט פונעם בוך 
קען מען אַראָפּנעמען עלעקטראָניש
אָדער פון דאָרטן


פּריוואַטע אָפּרופן פון


    Friday, September 07, 2012

    מת אב ומת אלול פון שמואל הנגיד



    געשטאָרבן חודש אב 
    און אויך דער חודש אלול 
    דערנענטערט זיך לסוף 
    צו יענעם סומנעם הבל 
    וואו ס'וועט צו אים דערגיין 
    מיט יאָמערלעך געשריי 
    מיט אָרעמס אָפענע 
    פאַראומערט דער תשרי 

    און אויף דער וועלט 
    שוין קומען גאָלע קעלט
    דער וויין ווערט רויט
    און רויטער. און ס'פאַרפעלט
    זיין קול פון טרוים
    דעם ליימענעם געצעלט
    און אַלץ ווערט בלאָטע, שטויב
    פאַרשוינט, פאַרוועלקט...

    דעריבער, ליבער פריינד, 
    ניט זאַם זיך, לאַנג ניט קלער 
    און ברענג מיט זיך שוין היינט 
    די גוטע לייט אַהער 
    פון נאָענט און פון ווייט 
    פון הי און פון דער פרעמד 
    איעטווידער זאָל גלייך 
    טאָן וואָס ער האָט פאַרקלערט. 

    האָט מען געזאגט: דו, זע, 
    די כמאַרעס זאַט און פול 
    מיט רעגנס זענען גרייט 
    פאַרטרערן אַלץ אָן גבול. 
    און צוגעגעבן: הער, 
    די הימלען אין דער הייך 
    מיט דונער, אָך־און־וויי, 
    דערגרייכן באַלד אַהער. 

    און זע: פאַר דיר – דער פראָסט. 
    און אויך: פאַר דיר – דער פלאַם. 
    דער – קומט אַראָפּ ניט פּראָסט 
    און דער – איז גאָר ניט סתם, –   
    דער שנייען פראָסט: אַראָפּ, 
    דער פלאַם פון וויין: אַרויף. 
    דו, דאַר דיר ניט דעם קאָפּ, 
    דערפריי אין זיך דעם גוף. 

    טאָ שטיי זשע אויף, מיין פריינד, 
    פון בעכער און פון קרוג 
    נעם טרינקען־מיט דעם וויין 
    וואָס רויט איז ווי דיין בלוט. 
    נעם טרינקען מיט אונדז מיט 
    בייטאָג און אויך ביינאַכט 
    און טרינקען ווער ניט מיד 
    לזכר זומער־פּראַכט. 




    Friday, June 22, 2012

    די גראַמען





    סיי יינגערע
    און סיי די שפּעטע
    די גראַמען – שיער
    שוין אויסגעשעפּטע
    און ס'דאַכט צו־מאָל,
    אַז זייער שעפּטשען
    קער מערער גרילצן
    איידער בענטשן
    ס'געהער פאַרשפּיצטע
    פון אַ מענטשן.

    נאָר דאָס, וואָס צווישן זיי,
    די גראַמען,
    טאָר ניט פאַרזשאַווערן,
    פאַרוויאַנען
    בעת זיי – סיי יינגערע,
    סיי שפּעטע,
    סיי די, פאַרשעפּטשעט
    אויסגעשעפּטע –
    פאַרבינדן
    וועלטן, תהומען, ימען,
    קיין מינדסטן זעמדל
    ניט פאַרזאַמען.



    Saturday, June 16, 2012

    צווישן די קאַרפּאַטן־בערג

    video




    אין בוקאָווינע, צווישן די קאַרפּאַטן בערג
    מיין לשון איז אַנטשטומט געוואָרן
    פאַריתומטע בתי־מדרשים
    האָט מען דווקא ניט צעשטערט
    רק אוראַלט יידישער געזאַנג
    האָט זיך אויף אייביק דאָ פאַרלאָרן
    און ס׳קלעקט קיין ווערטער מער
    אַזאַ מין רחבותדיקע פּראַכט
    זיך ציט אַרויף, אַראָפּ
    קיין מזרח און קיין מערב
    די זון טוט לאַנג זיך זעצן
    שעהען, שעהען לאַנג
    ביז שפּעט
    עס וועט
    זיך איבערקרייצן
    מיטן סוף
    פון שטומען מעריב


    ?מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט







    מיין ליבע, דו שלאָפסט ניט?
     ניין, ניין, ניין...
    איך שלאָף און איך זע ווי עס פאַלט דער שניי
    אויף דיינע געקרויזלטע, שיינע האָר
    און גרייט בין שוין בלייבן אַזוי ביז קאַיאָר
    צו היטן אין דרימל אַזוי לעבן דיר
    דעם אָנקום פון דיינעם אַ פרישן באַריר...

     מיין ליבער, דו שלאָפסט שוין?
     יאָ, יאָ, כ'שלאָף שוין ניט
    בלויז ס'טוט מיר אין האַרצן דיין דרעמלען אַ שניט
    און ציילן כ'טו רגעס – אַ שעה נאָך אַ שעה...
    צוביסלעך צערינט זיך די צאַרטקייט... אַ שאָד...
    דיין אָטעמען שלינג איך און שלינג איך אַלץ איין   
    מיין ליבע, מיין טרייע, מיין איינציקע שיין