Monday, August 07, 2017

אויף דער פולער וואך



    קלאָר: די וועלט כ'וועל ניט דערגאַנצן
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    כ'וועל איר ניגונדל דערטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך...

    זאָל די וואָך מיט נײַע זאָרגן
    פליסן פראַנק און פרײַ
    יעדער פּאַ וואָס כ'טו איר באָרגן
    איז פאַרוואָר כדאי

    יעדער זשעסט און יעדע תנועה 
    זי זאָל פליען פלינק
    אין איר לויפן ס'זאָל ניט רוען
    אייביק דער באַדינג:

    אַז צום סוף פון אַלע סופן
    קומען זאָל אויפסנײַ
    פיבער שטראָם פון נײַע סטראָפן 
    ס'לעבן איז כדאי!

    ווײַל אין אָנהייב איז דער תכלית,
    ניט אין סוף, מײַן פרײַנד:
    נעכטן, מאָרגן זיך סך־הכלען
    אין דעם גרויסן הײַנט.

    קלאָר די וועלט וועסט ניט דערגאַנצן,
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    דו מוזסט איר ניגונדל אויסטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך.
    See More

ווילניוס







    August 1 at 12:09am
    ווילניוס איז היינט אַ ריינע שטאָט
    די ווענט — אין בונטע פאַרבן
    נאָר טויב עס קלינגט דאָ אָפּ דיין טראָט
    און איבער אים פאַרצויבערט דראָט
    דער אומזין אַז טוסט שוידער פאָרט...
    אויף ווילנער געסלעך אַרבן


    צעשויבערט אויפן ווינט די באָרד,
    דאָך רעדסט ניט אויסעט יעניק וואָרט
    וואָס דריקט דיר שאַרף אין שאַרבן
    ווײַל אויך דעם לעבנס קאָך און יאָך
    סײַ לייד, סײַ פרייד, מיט עפּעס נאָך —
    דו ירשנסט ווי די סוואַרבע






אז איך וועל אויסוואקסן א בוים