Thursday, December 18, 2014

לזכר אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט






איינער דערזעט דעם סוף
פון דער
איינער – פון יענער
זייט פון שלאָף

דו האָסט דערזען
דעם גרויסן אַדערויף
דעם גרענעצלאָזן שכר

פון ביידע זייטן
פון דעם גזר

דער האָניג ביטערער פון צער

דערגאַנצנדיק דעם גאַנג
גלייך אָן אַ ברעקל באַנג

דיך פאַנגט מיט שטאַרביקייט
פון צייטן
און דאָך צום תוך פילפאַרביקן

דערלאַנגסטו מורמלענדיק:
איך האָף
פון ביידע זייטן שלאָף
צונויפצופּאָרן אַלע ווייטן