Tuesday, May 25, 2010

ליד און פויגל







אַ פויגל זינגט ניט
ווייל עס האָט
עפּעס מודיע זיין דער וועלט
נאָר פּראָסט און פּשוט
ווייל ס'פאַרמאָגט
געזאַנג וואָס קלינגט
און ליד וואָס טרעלט

איז טאָמער ווילט
איר דווקא קלאָר
זיך מאַכן וואָס זיין ליד באַדייט
וועט אייך ניט סטייען
גאָר קיין צייט
ס'געזאַנג צו גרייפן
אויף אַ האָר