Friday, September 06, 2013

פּאַראַזיט






דער איינגעביסענער פּאַראַזיט,
דער טרויער,
זיצט און ער פאָנפעט און זידט
דיר אַריין אין אויער
אַז ער איז דער שענצטער, 
דער עכטיקסטער גראַם
צום "דויער"...

האַק אים אַרויס, 
דעם כאַם,
דורך פענצטער
דורך טיר־און־טויער,
ער זאָל מער ניט וואַגן
טאָן זיך אַ ריר,
דער גרויער.

נעם אים אָן ביים קראַגן
און וואַרף אים העט ווייט,
דעם צעלייגער,
זאָל ער ביי יענע,
ביי אַנדערע לייט
דערווייזן זיין גבורה,
דער פּגר.

נאָר אויך ווען כשורה
בלייבסט פונדערווייטנס
און אַ דערפרייטער
ווערסט בלויז – אַ צושויער
גלייך ווי ס'וואָלט זיך שפּרייטן
אַ פרעמדס פון פאַרצייטנס
אַ מעשה שהיה

צי אפשר אינגאַנצן 
לא־היה;
ווער קאָן דאָס וויסן?

קומט ער דאַן ווידער צו־קריכן
ווי אַ פרישע פּאַרטיע וואַנצן
ווידעראַמאָל איז ער ניחא 
זיין פאָנפעניש
פאַר דיר אויסצוטאַנצן
און ס'העלפט ניט 
ס'פאַרהאַקן דעם טויער...

ווייל עמיץ געטאָן האָט פאַרפלאַנצן
דעם ביטערן זאָמען פון נאָגעניש
טיף אין דער רויערד
פון דיין חול און דיין מועד
און עס נויעט און נויעט און נויעט
און עס בריט און עס זידט
דער אומגעבעטענער פּאַראַזיט

טרויער