Wednesday, November 16, 2005

ווידעראַמאָל "לאָמיר" י

<>

Chagall Coq et personage 35x26 1959



לאָמיר בעסער איינשטימען ניט צו זיין איינשטימיק
,(ניט צו זיין אַ כאָר (אפילו ניט קיין שטומער
לאָמיר בעסער יעדער איינער האָבן טיף אין זינען
.אַז דאָס וואָס לאָזט זיך אויסזינגען מוז ניט זיין אַנטרונען

לאָמיר זיך ניט לייגן צו פיל פייגעלעך אין בוזעם
,בעסער מעשה־פייגעלעך זיך פעדערן, באַזונדער
– יעדערער פאַר זיך און פאַר אַנדערע, אינאיינעם
.אויפנעמען דעם פרי־באַגין מיט געזאַנגען מוז מען

,לאָמיר ניט פאַרגעסן אַז איינזאַם קאָן זיין אייניק
אַז די גרויסע ליכט זיך קלאַמערט אינעווייניק
– .און זי וועט דערשטראַלן צו יענעמס האַרץ דורך וואונדער
.דאָס איז, מיינע ליבע פריינד, גאָרניט, גאָרניט ווייניק

לאָמיר בעסער איינשטימען ניט צו זיין איינשטימיק
.בעסער מונטער, אויפגעהייטערט צעקלינגען זיך פיל־מיניק

No comments: