אַ גאַסט בין איך דאָ אויף אַ ווייל,
אַ גאַסט וואָס מאַכט זיך היימיש
אויך דו, וואָס טוסט בלויז אויף דערווייל
דיין בליק מיין וואָרט איצט שענקען,
אַ גאַסט צו זיין ביים גנאָד זיך אייל
ביים גנאָד וואַס גריסט דיך שעלמיש.
מיין וואָרט'ס טיפע פאַרבענקשאַפט
ניט קאַרגן זאָלסט קיין גיפט, קיין בייל
אומהיימלעכקייט און ענגשאַפט
וואָס זייער אָנגעשאַרפטע פייל
מאַכט זיך צומאָל צו היימיש
און דו, דו – מאַך זיך היימיש...
1 comment:
א גאנץ יאר שיכור - אזא פארקערטער פורים! און אויף פורים ווערסטו טרויעריק. מוז מען אויסטרינקען א שהכל
בערל פון מזרח
Post a Comment