Saturday, September 16, 2006

יידישע שטיבער אָן יידן

The beadle and his wife in front of the only surviving Synagogue in Berhad

Bershad, Ukraine, Summer 2002 PHOTO: Pawel Figurski


יידישע שטיבער
אָן יידן
און יידן
אָן יידישע היימען –
איך ווייס ניט,
איך ווייס ניט,
כ'הייב ניט אָן
צו פאַרשטיין:
ווי זשע טראָגט מען
אַריבער
די הייזער
צו יידן
און די יידן אַליין
אין זייערע אייגענע
היימען?


כ'האָב געזען
ווי דער גרויסער,
דער אַלטער בית־עולם
אין מאָלעוו
ווערט אַליין שוין
צוביסלעך, אינגאַנצן
אַן עליו
השלום


און מעבר־לים –
די האַרציקע
קינדער פון יידן,
זייער שטאַם
נאָך פאַרהיט
יענעם שטויב
פון די בויערס
פון דער וועלט'ס
פּיראַמידן...


נאָר צי קערן זיי וויסן
דערפון,
פונעם שטויב,
צי פון דויער דורך שימל,
פון אוראַלטן
בטחון
טיף פאַרוואָרצלט
אין קרקע
איינגעפלאַנצטן
פון הימל?


כ'האָב געזען
און באַוואונדערט
מיט פרייד
און מיט מיטלייד
האַלב צעבראָכענע
יידישע שויבן
און איך זוך
זייער אָפּגלאַנץ
און אויסלייז,
זייער תיקון
אין יונגע
פון יידן־אָפּשטאַמיקע
אויגן...


יידישע אויגן אָן יידן
און יידן
גלייך ווי אָן אויגן, –
איר וועט מוזן געפינען צוריק
יענעם פונק
וואָס גייט כלומרשט
פאַרלוירן,

ווייל צי קען דען
דער ניצוץ
וואָס שלאָגט זיך
און ווערט זיך
גיין גאָר לאיבוד?
ס'וועלן, נאך, מירטשעם,
אַ פּויק טאָן
אין יידישע הערצער
די נעכטיקע,
היימישע שטיבער!..



No comments: