*
דו קוקסט און פרעגסט אַמאָל מיט כעס:
וואו זיינען, זאָג מיר, דיינע אויגן?
און איך פאַרענטפער זיך אָן שפּאַס:
די אויגן זיינען זיך צעפלויגן
אין אַלע זייטן פון דער וועלט,
אין אַלע ווייטקייטן און עקן,
נאָר תמיד ס'קערט דער בליק צעהעלט
זיך אום כדי דיך אויפצווועקן...
*
דו טוסט אַמאָל אַ פרעג:
וואו זיינען דיינע אויגן?
וואָס קאָן איך ענטפערן דעראויף? –
די אויגן זיינען זיך צעפלויגן,
נאָר אָט, קוים טוסטו מיך אַ רוף,
ווערט ס'פליען זייערס ניט געשטויגן,
זיי קרייזן באַלד אַראָפּ צו דיר
און טוקן זיך אין דיינע אויגן.
No comments:
Post a Comment