אויף אַ שיפל, וואַך, ביינאַכט,
אין סאַמע מיט פון טיפן טייך,
איינער אַליין, פאַרגלייבט אין שיין,
אין די פאַלדן פון שטילער שפּראַך
און פונדערווייטנס גרייכט אַהער
אַ זיפץ אַ פאַרשטומטער,
אַ קרעכץ, ניט מער...
בלויז די וואַסערן רונד אַרום
ברענגען־מיט מיט זיך די רו
ברכהדיק רייפע, טפו־טפו־טפו,
ברעכעדיק שטייפע און בויגזאַמע רו.
באַלד פאַרשלינגען זיי אׇן אַ שטער
בלוטיקן זיפץ מיט
בייזלעכן קרעכץ
גם זו לטובה
גם זו...
גם זו...
גם זו לטובה
ניט מער
1 comment:
הערליך שיין.
זעצט ווייטער פאר, די לידער זענען מייסטערהאפטיג.
Post a Comment