ס'איז היינט אַזאַ מין טאָג, אַ ליכטיקער, אַ גרינגער
און לופטיק ווערט די וואָג און דו אַליין ווערסט יינגער
און ס'דאַכט אַ נייער טראָט וועט טאָן אויף נייעם שטאַפּל
פון ברייטן וועלט־באַראָט זיין דרייסטן, ערשטן צאַפּל
די יאָרן פול מיט פרייד באַפרייען דיך פון ווייטיק
נאָר אַלץ וואָס טוט דיר וויי איז אויך געדענקען נייטיק
און אַלץ וואָס דיר געשען און אַלץ וואָס דיר געוואָרן
פאַרזיווגט מיט רעפריין פון גיכן גאַנג פון יאָרן
באַפליגלט זאָלסט זיין גרייט צו בענטשן וועלטס געפּילדער
ס'איז היינט אַ טאָג פון פרייד, אַ ליכטיקער, אַ מילדער
No comments:
Post a Comment