Thursday, September 23, 2010

לכבוד יעקב ג---ן






וואָרט'ס מוזיק וואַרט געהאָרכזאַם אויף אַן אויער
עס זאָל זיין פאַר איר געווירבל אַ טויער,
אַ פענצטער, אַ פּתח־ה: האַ
אַ זשעדנער מין ברוך־הבאָ אַזאַ

בפירוש אַ  ב ר ו ך ־ ה ב אָ
און ניט קיין פּאַרווענער באָרכאַבע
אַ פריידיק צעשטראַלטער אָ־האָ
איצט און דאָ

ניט קיין פאַרשימלט שטיקל עולם־הבא
נאָר עכטיקע, לעכטיקע
רעזאָנאַנץ

אַ כפּרה די געקינצלטע עלעגאַנץ
פון כלומרשטע צניעות
געמאַכטע בקיאות
ניט דערקאָוועטע אַדעראויפן
וואָס  האַלטן אין איין רופן
און דערפירן אין ערגעץ

אַ ברכה אויף יעטווידן
מעגאַהערץ
וועלכער ערגערט זיך
ערגערט זיך
ניט

און פאַנגט די פּראָפּאָרץ
פון געצאַפּל אַ וואָרטס
און ווערט 
דערהערטערהייט
אַ ליד






No comments: