Wednesday, July 13, 2011

זוך ניט דעם גראם

-





זוך נישט דעם גראַם; ער'עט קומען אַליין
נאָך איידער די אונטערשטע שורה
וועט באָקאָם זיך שטעלן איבער אַלץ ווי אַ שטיין
ווי אַ שטיין מיט אַ ביטערער בשורה

און אַז ער וועט קומען, באַוואונדער זיין חן
דעם חן פון פאַרוואָגלטן קומער
וואָס ליכטיקט זיך איידער ער טוט באַלד אויסגיין
פון בענקשאַפט פון צאַרטער און שטומער

בעט נישט קיין טובות פון ווערטער, פון גראַם
לאָז זיי זיך פּאַסיען דערנעבן
ביז זיי קומען אַליין דער וועלטס טאַרעראַם
צו פאַרווייכן מיט פרישקייט און לעבן

זוך ניט קיין גראַם; ער'עט קומען אַליין
און טאָמער גאָר ניט איז דאָך ביטער
ניט ירשענען וועסטו קיין שטאָק און קיין שטיין
בלויז אַן אָפּהילך פון  אַ טעמפּן געוויטער







1 comment:

תיקון אייפון said...

הבלוג שלך מרתק ! לא יכולתי להפסיק לקרוא עוד ועוד ..עד שנפל לי אייפון ונשבר:)חייבת תיקון דחוף.