מיר זענען געווען יידן,
מיר פלעגן לעבן דאָ...
אַצינדערט פוילע פליגן
קוים זשיפּען גרייז־און־גראָ.
ס'צעקרישלען זיך די ווענט און
עס גייען פרעמדע פאַרביי
אין בונטע פאַרביקע העמדער
ווי אויפן ערשטן מאַי!..
און קיינער ניט דערמאָנט זיך,
געדענקען איז ניט פאַר זיי
חמיל, מאַזעפּע, גאָנטע
אַ בלוטיקער פאַרזיי...
מיר זענען געוועזן יידן
מיר האָבן אַמאָל געלעבט
איצט פרעמדע נאָר ירידן
זידן דאָ אומפאַרשעמט.
2 comments:
דאָס איז זײער אַ טרױעריקע און רירנדיקע פּאָעמע. בכלל שרײַבט איר זײער שײנע פּאָעמעס. ס'איז מיר אַ חידוש װאָס עס עקזיסטירט נאָך אַפֿילו הײַנט־צו־טאָג אַ ייִדישער פּאָעט װאָס שרײַבט אין אַזאַ רײַכן ידיש און אױף אַזאַ מײַסטערלעכן סטיל. אַ שײנעם דאַנק פֿאַר אײַערע פּאָעמעס.אַ
אַ האַרציקן ישר-כוח פאַר אייער אָפּרוף. עס זענען נאָך דאָ און אפילו מער געראָטענע יידישע פּאָעטן, וואָס זענען שעפעריש און אַ טייל פון זייערע ווערק קאָן מען געפינען אויך אויפן אינטערנעט. גיט אַ זוך טאַקע די
פאָלגנדיקע נעמען אויף גוגל
וועלוול טשערנין
משה לעמסטער
ישראל נעקראַסאָוו
חייקע ברוריה וויגאַנד
מאַרינאַ אַלעקסעיעוואַ
Post a Comment