Monday, March 03, 2014

מערץ 2014







דער מאַרצאׇווער שניי זיך ראַנגלט אויסצופאַלן,
די מאַרצאׇווע זון – ברייט צעשפּרייט די שטראַלן,

דאׇס מאַרצאׇווע ווינטל שטילט זיך־איין צוביסלעך,
די מאַרצאׇווע וועווערקעס קנאַקן זיך די ניסלעך...

און דו שטייסט און גאַפסט, שטייסט ביים ראַנד פון ווינטער
פרעגסט: וואו גייט דאׇס אַלץ אַזוי פלינק אַהינטער?

פרילינג, זומער, האַרבסט, אויך די בייזע וויוגעס –
שוין 
אַלץ אַראָפּ פון מאַרק – סאַראַ האַרבע סוגיא...

דאַכט זיך וואׇס? – אַ יאׇר. דאַכט זיך, אַ שטיק לעבן?
פון מעריב ביז קאַיאׇר דער אין־סוף טוט זיך וועבן.

דער אין־סוף? טאַקע ער? טאׇ ווער טוט אים פאַרשטעקן
פון לעבן וואׇס איז וואׇר, וואׇס ענדלעך מוז זיך עקן?


2 comments:

Anonymous said...

דאָס ליד איז אַ שיינס! אַ דאַנק אַז איר האָבט אים געטיילט מיט אונדז. לידער זײַנען פֿאַר מיר אַ גוטע מײַגלעכקייט צו ניצן מיין ייִדיש, װאָס איך קען טאַקע ניצן ניט קיין סך אַכוץ דעמ.

elabrek said...

.אַ גרויסן ישר-כוח פאַר אייער אָפרוף