Tuesday, June 02, 2015





אַריבערפאָרנדיק די גרענעץ הינטער טשאָפּ
דערשפּירסט בחוש אַ שטיקל עולם הבא
די ריכטיקע מאָדי
אַרנלאַנד גלייך האָט
מיט שמייכל דיר געשענקט איר ברוך־הבא

און הינטער איז פאַרבליבן פאָרט דער סוד
פון אוקרענלאַנד וואָס ווינקט צו דיר קיריליש
בעת ברייטע פלאַך די אונגערישע האָט
פאַרצויגן גלחות ניגון לעבעדיק סטעריליש

קאַרפּאַטן בערג, כ׳לאָז איבער צווישן אייך
און צווישן שטעטעלעך וואָלינער און פּאַדאָליער –
ביי יעטווידן – אַ צאַפּלדיקן שטיקל פון מיין האַרץ
מיט לעצטע שפּורן פון מיין פאָלקס פאַרשטערטער דאָליע

און וואו דו זאָלסט ניט קערן ווייטער זיין
אויף דער, צי יענער וועלט, וואו זאָלסט זיך ניט געפינען
די דאָליע מיט איר פרייד און רייד, מיט איר געזאַנג און פּיין
מיט אַלעפבייז מיט יידישן זאָל טיף אין דיר טאָן רינען.





No comments: