Wednesday, November 18, 2015

א שמועס מיטן זייגער



א באשיידענע מתנה דעם טייערן פריינד Борух- Борис Дорфман

אין דער שטילקייט זיך פאַרקליבן
קוקסט אין איר זיך ווי אין שפּיגל
וואָס זשע טאַקע נאָך געבליבן  –
רעדן יידיש צו דער וואַנט?
צי צו יענעם אַלטן וויגל
פון דער קינדהייטס ווייטן ראַנד?

צווישן שווייגענישן פילע
הילכט פונאַנדער זיך אַ תפילה
און זי מעלדט זיך הויך און קראַנט:
רעדן רעדסט זיך אויס, חלילה, 
ניט צו דער וואַנט און ניט במחילה,
רק־און־בלויז צום שפּיגל סתם.

ביסט דאָך עפּעס אַ צעלייגער  –
איז רעדסטו יידיש מיטן זייגער,
ווייל ביסט גאָרניט קיין אַליינער
מעשה "איך און ווייטער קיינער".
וואָס דיר ווענט, רחמנות־לייענער?!
דו, – רעד צום אומרו פון דער צייט  –

וועלן –  דיך
דערהערן לייט!


No comments: