Tuesday, March 01, 2016

אין כפר־אלדד

    -


    איך זיץ מיט וועלוולען אין כפר־אלדד
     און כ'טו דערמאָנען זיך אין יענע יאָרן
     ווען כ'האב געקוקט
     ווי ד"ר ישראל אלדד
     פלעג אויסגיסן אויף בעלי ספקות
     בליציק שארף זיין צאָרן.

    אַ ווינטל פון די ירושלמער בערג
     דערגרייכט
     צו די געבערג פון גוש עציון
     און שווערן ס'וואָלט געמעגט
     מיין אויסדוירער־זכרון
     דערגרייכנדיק צו שפּיצן
     פון ארץ־ישראל ערד

    אז יינגערט זי זיך דא
     דורך אור־אַלט פרישע יאָרן

    אַז יידישע געדענקשאַפט אָן אַ שיעור
     טוט נעסטיקן זיך דא

    אין סאַמע צווישן
     פאַלאַסטינער דערפער...

    טאָ וועמענס איז דאָס לאַנד
     וואָס איר באַריר
     דערוועקט דעם הייסן גלי
     פון גייסט, מיט שטעכעדיקן ברי
     פון ביבליש פרישן קערפּער?

    איך שטוין און טו אַ שטילע תפילה:
     גאָטעניו, דעהער 
     ניט אַלץ וואָס שונאים פּריידיקן
     טאָר מען געדולדיק מערן.

    איך זיץ מיט וועלוולען דאָ, אין כפר־אלדד
     דער זכות פון מיינע אבות דאָ
     איז קרישטויל־קלאָר לעדי עד
     אונטער דעם הימלס
     הייסע, וואָרע שטערן.



No comments: