פאַר וועמען
פאַרשרייב איך
מיינע יידישע
לידער?י
פאַר די כמאַרעס
פון אויבן,
פאַר דעם טאָל
אין דער נידער.
פאַר דעם מונטערן
עכאָ
וואָס האַלט
אין איין טענהן:
מה שמך? מה
שמך? מה שמך?
דהיינו?!
דהיינו, פאַר
דיר
און פאַר מיר
אויך, אוודאי,
כ'פאַרשרייב
און שריי אויס זיי
גאַנץ שטיל
–
די פּלעיאַדע
זאָל ניט ווערן
פאַרשעמט
דורך מיין שפּיל
כלא־ידע
בעת זיי אין
די הייכן די ווייטע
אויף שפּיצן
פון בערג אויף
פּלאַנעטן
דערווייטיקטע
זיצן
און מאָנען,
דערמאָנען,
די שיער פאַרגעסענע
פריצים,
שעפּטשענדיק
הויך
אין חלל פון
קאָסמאָס:
אַנו, ברענג
אַריבער
מיט ניגון,
אָן חכמות –
נייע יידישע
לידער
מיט אונדזערע
אותיות!
ווייל סע פעלט
זיי צום כריין
נאָך א ביסל
חרוסת...
פאַרהייבסטו
די ברעמען,
פרעגסט ווייטער "פאַר וועמען"?
דער לוסטיקער
עכאָ
מיט דיר טוט
זיך שעמען...
No comments:
Post a Comment