Sunday, April 23, 2017

הבדלה





 דער טאָג בלײַבט יונג
 אפילו ווען סע דאַכט
 אַז באַלד פאַרדעקט אים
 שוין די שוואַרצקייט
 פון דער נאַכט
 דער גאַנג דיך יאָגט
 צו טאָן א נײַעם שפּאַן.
 וואוהין?
 אַהין
 צו דער באַהאַרצטקייט
 פון דײַן שטאַם.
 אַליין די צײַט,
 ווי קורץ זי זאָל ניט זײַן,
 אײַלט זיך מיט אימפּעט
 צו דער גאַנצקייט
 פון דער שײַן,
 וואָס בענטשט דיך הייס
 און... קרעכצט אַביסל אונטער
 אַבי דײַן טראָט,
 טאָג־אויס טאָג־איין,
 זאָל בלײַבן פריש
 און מונטער.
 און אין דער טיף
 די האָפענונג די שענצטע
 פאַר גאָר דער ברייטער וועלט
 אַ טרײַער שפּיגל־פענצטער
 נאָך טיאָכקעט, קוועלט
 און העלט.
 טאָ זײַ זיך ניט מיאש,
 דער טאָג ווערט ווידער יונג:
 בורא מאורי האש


No comments: