Tuesday, October 10, 2017

מורה נבוכים




ניט אַלץ. גלייבסטו, איז קלאָר,
ניט אַלץ האָט קלאָרן זינען –
זע, אויך אַליין די וואָר
פאַרפּלאָנטערט זיך דערינען
...
און ווייניק ווער פאַרשטייט
וואו אײַנעט און וואו אויסעט
אום פּסח – המנטאַשן,
אום חנוכה – חרוסת...

אַ לאַכעדיק געוויין,
אַ חשק אומגעוואַשן,
אויף שבועות – לעפל כריין,
יום־כיפּור גייט מען נאַשן –

אַ שטיקעלע כל־נדרי,
אינדערוואָכן – ווייניק פעט
פון שלאָגן ווידער, ווידער,
פון שלאָגן זיך על־חטא.

און דאָך, אויף על־פּי־כן,
מיט חן פון ווילדן לאַכן
צעשטשירעט מען ד ציין,
די וועלט זאָל נאָר ניט קראַכן, –

סײַ גר און סײַ מאַראַן,
און סײַ תּינוק־שנשבע
דערמאָנען זיך: עד כּאן,
ס׳אי צײַט צו ליינען קריאת־שמע.

וואו ביסטו, שטאָלצער מאַן,
מיר וואַרטן, וואו זשע ביסטו?
דאָס וואַרטעניש געשפּאַנט –
אין נעשה און אין נשמע.

ביז פּלוצים ווערט אַלץ קלאָר,
מיט ליכט פון טויזנט זונען
צעשפּילט זיך דער קאַיאָר,
דער ספק ווערט אַנטרונען

דער ניגון איבערבלײַבט
ווען לײַבן ווערן שוואכער
און אין זיכרון וואַכט
דער סודותפולער אחור

און אייביק נחת קלײַבט
דער אויפגעריכטער רצון
נשמהדיקע לײַב
איז גובר אַלע טראָצן

ניט אַלץ איז וויי־און־ווינד,
געווינענדיק דעם זינען,
אַ זקן ווערט אַ קינד
מיט לויב, ניט מיט קיין קינה.

.


No comments: