Saturday, May 09, 2020

ס'גייט אויס די נשמה...

\אויסרעדאַגירט\
ס'גייט אויס די נשמה...
(מען קאן דאָס זינגען לויט דער מעלאָדיע פון "מאַרגאַריטקעס")
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
די גראַמען צעקלינגען זיך קוים
אַ פויגל אין אייגענעם נעסט זיך פאַרלירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים
צי קאָן דען צעווייען דער ווינט דעם פאַרלאַנג
צו קומען, מײַן ליבע, צו דיר
צי קאָן ער דען שענקען דער וועלט דאָס געזאַנג
פון ליד וואָס זײַן טיאָכקע כ'דערשפּיר
ס'גייט אויס די נשמה, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ,
און ס'האַרץ זיך אויפרײַסן איז גרייט
אַ פויגל געפאַנגען, פון בענקשאַפט פאַרכאַפּט
אָנמאַכטיק די פליגל צעשפּרייט
צי קאָן דען די בענקשאַפט פאַרבלאָזן דער ווינט
צו לינדערן ווייטאָג מיט קלאַנג
צי קאָן ער פארוואַנדלען די צײַט וואָס פאַרשווינדט
אין אַ תפילה וואָס היילט מיט געזאַנג
ס'גייט אויס די נשמה, מײַן ליבע, נאָך דיר
איר ליד ווערט פאַרשטומט אינעם רוים
אַ פויגל פאַריאָמערט מיט פליגל צעפירט
אויף נאַקעטן צווײַגל פון בוים

No comments: