Friday, April 20, 2012

?גערעכט, צי ניט

  • Apr. 20th, 2012 at 7:07 AM
teplik




הער גינטער גראַס, איר זענט גערעכט:
י
די וועלט קאָן האָבן אַ מפּלה.י
זי איז ניט זיכער מער, די וועלט,י
און ס'ציטערט פּלישטימס אַיאַטאָלע
איבער דער וועלטלעכער געפאַר
וואָס לויערט איבער אַלץ און אַל
צוליב אַ לענדעלע אַ קליינס
וואָס הייסט ישראל.י

ס'איז גרויזאַם ביטער דער וועלטס גזר,י
ניט העלפן וועט דאַ קיין יללה --י
כל־זמן פאַרניכטונגס דראַנג ווירוואַר
צעווילדעוועט זיך מיט בהלה
פון אומגעהייער טיפן האַס
צום לענדל וואָס איז ניט קיין שפּאַס,י
וואָס מעכטיקט זיך אין גבולן שמאָלע...י
איר זענט גערעכט, הער גינטער גראַס!
י







גערעכט איז דער
וואס מיינט
ער האט דאס רעכט
גערעכט צו זיין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס פעסל עסיק
וואס מיינט: י
כ׳בין פול מיט וויין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס ווערעמל אין כריין
וואס זאגט: ס׳איז מלא טעם
און מלא חן
און ס׳איז גערעכט
אויך דער
וואס מוסר זאגט
זיין גנאד און חסד
איז די זיסקייט פון דער קלאג
וואס ער צעטרעסעט
איבער וועלט גאר פיין
ווייל ער, נאר ער
פארמאגט
דאס רעכט
גערעכט צו זיין


Wednesday, January 11, 2012

בענקנדיק נאכן רעגן

י




ווייסט, רעגן, י
מיר קענען זיך
שוין יאָרן, י
יאָרן, י
יאָרן
נאָר מיר
דיין קאַפּען
איז נאָך נמאס
ניט געוואָרן
און אויך
דיין גיסן זיך
שוואַליאָם
מיך ווייניק
קלעמט
אַ לויב דיר
וואָס דו קומסט
אַהער
פון ווייטער
הויכער
פרעמד
סיי טראָפּנווייז
סיי שטראָמענדיק
פאַרפלייצסטו
די טרוקעניש
וואָס גיט זיך
ניט קיין עצה
און ענדלעך
זוכט זיך אויס
אַ קאַפּעלע
מנוחה
פון דיר אויפסני, י
אויפסניי, י
אויפסניי י 
צעפּליוכעט

Monday, January 02, 2012

לזכר יפה יארקאני

-


יעדעס מאָל אַ שטיקעלע פון דיר שטאַרבט אָפּ
ווערסט פאַרצווייפלט שטאַרק: צו־וואָס  אַזויפיל שטאַרבן
און ביים אָנבייגן צום גרונט דעם קאָפּ
טוסטו ערשט באַמערקן פרישע פאַרבן

שטאַרבן שטאַרבט מען אָפּ, צי קאָן מען אַנדערש דען
נאָר דעם אויפזיי שעצט מען לויט די גאַרבן
און אויך זיי, די גאַרבן, וועלן ווען־ניט־ווען
ערד־און־הימל מיט גענאָד ערשט אַרבן



Thursday, December 08, 2011

א מין סאָנעט

bluming





קוק אויף דער וועלט מיט שמייכלדיקע אויגן
וועט ווייכער ווערן אויך די כמורנע וואָר
איר מענטשלעכקייט – אַ קאַפּעלע דערהויבן
איר ליכטיקייט – דערמוטיקט אויף אַ האָר

און "אויף אַ האָר" איז גאָר אַ מאָס אַ וואַזשנע
ווייל אָפט עס הענגט דערויף די גאָרע וועלט
פון חכמי־בבל ביז דעם רב דעם דראַזשנער
פון סיני'ס מידבר־גלי ביז די סיבירער קעלט

און אויב די אויגן טוען מער ניט שמייכלען
וועט אויך די וואָר ניט ווינקען אויף צוריק
און גאָרניט וועט ניט העלפן. טוסקלער בליק

וועט רק דעם צער־און־צאָרן כמורנע כפלען,י
פאַרכמאַרעדיק אַלצדינג מיט טיפע צווייפלען
כאָטש נעם און הענג זיך אויפעט אויף אַ שטריק. י