Monday, September 27, 2004

Morning prayer in the Zhitomir Synagogue, June 2002


זשיטאָמירער יידן דאַווענען שחרית
יולי 2002

7 comments:

חיים טוביאס said...

זענט איר געווען אין זיטומיר אויף די הייליקע טעג?

elabrek said...

ליידער ניין, דאס איז אן אלט בילד פון זומער 2002

חיים טוביאס said...

דאס בילד איז דאך אזוי קאמיש טראגיש עס שפילט אראפ מער פון גאנצע ביכער די מצב דארטן

זיי קוקען זיך אלע צו די חברים'ס סידור ווי מהאלט

זיי זיצען ווי חדר יינגעלעך מיט דרך ארץ וויסענדיג אז דער רבי וועט זיי צאלן די געהאלט פארן לייגן תפילין

אלטע ארימע מענער וואס ווען נישט די גראשן וואס זיי באקומען וואלטן זיי געזיצען אינדערהיים

א רחמנות

elabrek said...

איר זענט אינגאנצן גערעכט און ס'זעט טאקע אויס פונדערזייטנס א ביסל טרויעריק און פארט איז דאס בעסער פאר זיי זיך צונויפקומען יעדן אינדערפרי, דאווענען צוזאמען און אפעסן און פארברענגען איינער מיטן אנדערן איידער צו זיצן יעדערער איינער אליין ווי די אלמנה בת-ציון ל"א. חוץ דעם אז מע כאפט מיט יעדערן פון זיי א שמועס לאזט זיך אויס אז דער גאנצער ענין מיט דער שיל און מיטן רב איז א שטיקל נס פאר זיי סיי אלס יחיד סיי רבים! דכר רב וילהעלם טוט אויף דארט פיל גוטס און זיינע קליינע קינדערלעך זאלן געזונט זיין (און כן ירבו!) זענען די איינציקע קינדער וואס רעדן היינט יידיש אין גאנץ זשיטאמיר וואס איז געווען אזא גוואלדיקע עיר-ואם בשעתו.

חיים טוביאס said...

איר זענט א זשיטומערער איד?

Anonymous said...

א איד יא, א זשיטאמירער -- לאו דוקא

Anonymous said...

דאס בילד איז אייזן, קיפ אפ