Tuesday, July 19, 2005

אַ גרוס פון גן־עדן

קרעמעניץ 1

קרעמעניץ, יולי 2005

פאָטאָ: הירשע־דוד קאַץ

,איך קום פון גן־עדן
פון דאָרטן שטאַם איך,
פון דאָרטן שטאַמען
אויך טאַטע־מאַמע,
כאָטש ביידע געשמאַכט
סיי ביי זיך, סיי ביי יענעם
אין קלעם און אין שאַכטעס
פון דער וועלט'ס גיהנם

איך קום פון גן־עדן
נאָך וועלכן כ'טו בענקען,
געווען ז'דאָס נאָך בעסער
ווי מ'טוט עס געדענקען!
און כ'בין אויף נאמנות
אַ ברעקעלע עדות
פון דער ליכטיקער וואָר
וואָס איז וואָרער פון אמת.

איך קום פון גן־עדן,
כ'ברענג־מיט זיינע שטראַלן
פאַר קינד און פאַר קייט,
וואָס צעוואַקסן זיך אַלע
נאָך איידער זיי ווער
אַביסקאַלע גרעסער,
כ'צעשענק זיי מיט ליבשאַפט
די ליכט פון זיין חסד.

No comments: