Tuesday, October 11, 2005

כ'על ניט שרייבן סתם

<>

Ya_lechu

Photo by Маша Сдобникова, г. Москва


,כ'על ניט שרייבן סתם הויכע פּאָעזיע
נייערט אַזוינע
וואָס זאָל שטייגן
אַלץ העכער און העכער
איבער טאָלן און בערג
איבער אַל דער פּאָליט־
,סאָציאָ און נאַציאָ־עמאָציאָ געאָדעזיע
זי זאָל ווערן אַ פּליט
פון דער אַלוועלטיש־
.אויבערמענטשישער אַמנעזיע

זי זאָל תמיד און הייליק געדענקען איר נאָמען
און פליענדיק שטאָלץ העט־ווייט
אין דער אָפענער אַטמאָספער
זאָל זי קיינמאָל ניט פאַרגעסן
צו וועמען עס געהער
,דאָס שטאָלצע פויגל פון פרייהייט
.עליה־השנאָבל

שטאָלץ זאָל זי שטייגן
אונטערברומענדיק פּראָסט־און־נאָבל
ס'ביטערע געוויין פון
"ביי די טייכן פון בבל"

און בכדי זי זאָל גרייכן
אַלץ העכער און העכער
מיט פריש אויסגעאָטעמטע לידער
,מיט שאַרף אויסגעטיאָכקעטע פערזן
– ווי די שאַרלעך־גאָלדענע שטראַלן
בין איך גרייט אַלץ טיפער און טיפער
און טיפער
אין די מוטער־ערדישע נידער
...צו פאלן

No comments: