Thursday, October 20, 2005

קיינער רופט ניט

<>

mishki


:קיינער זאָגט ניט
"!בערל, קום אַהער"
:קיינער רופט ניט
"?בערעלע, וואו ביסטו"
:קיינער זאָגט אפילו ניט
"!?וואו איז ער גאָר, דער בער"
בלויז אַ ווינטל שאָרכעט
לויט ווי כ'הער
כלומרשט שטילערהייט
...און כלומרשט ניט אומיסטן

:קיינער זאָגט ניט
,זון מיין, זיי אַזוי פיל גוט"
ברענג אַ ביסל וואַסער
".פאַר דער מאַמען
:קיינער רופט ניט אויס
אָ, זון מיינער, ווי גוט"
וואָס מיר ביידע זענען
"!דאָ מיט דיר צוזאַמען

...קיינער זאָגט ניט
,ס'דאַכט זיך
...קיינער רופט
בלויז דער ווינט
צעלאַכט זיך
בייגנדיק די שטאַמען
,און דער בער
וואָס כלומרשט
,גייט אַ טענצל
ווייסט ווי גוט
יענע ווערטער
צו דערהערן
.ניט פאַרזאַמען

der ber

1 comment:

ליפא שנילצער said...

עס איז נישט קיין פראבלעם,די קענסט זאגן בערל קום אהער, אבער נישט ווען איך בין דארט