Tuesday, January 17, 2006

כ'געדענק און געדענק אַלץ



TURNERdeluge



כ'פאַרמאָג אַ זכרון,

אַ זכרון – אַן אייזן!

כ'געדענק און געדענק אַלץ

און די געדענקשאַפט איז קראַנט:

כ'געדענק דאָס וואַסער,

דעם מולד דעם בלאַסן,

די קינדער און גרייזן,

דעם אויסגעשטרעקטן האַלדז.


אויפן האַלדז ז'ניט פאַרבליבן

קיין טראָפּן פון טרוקנקייט

און כ'דערזע אויך דעם אויגן־בליק

וואָס מאָנט און דערמאָנט

אין העכסטן געראַנגל

ווי מיט לעצטער ליכט זוכנדיק

דעם ראַנד דעם פאַרבאָרגענעם

פון האָריזאָנט.


איך פאַרמאָג אַ זכרון

וואָס לעשן דערלויבט זיך ניט,

ער זוכט־אויס פאַר זיך ווערטער

סיי געדאַכט, סיי געאָנט

און אין דער געדעכעניש

די מאָרדעס די פערדישע

וואָס כריפּען און כאָרכלען

איידער ס'וואַסער זיי קרוינט...


אַ געכליפּ און אַ וועלט־געשריי

אין דער שטומקייט דער נאַכטישער,

ווען מאַמעס מיט קינדערלעך

אין דעם וואַסער־געדריי

שטרעקן הענטלעך און הענט

צו די קלאַפטער די טאַטישע

וואָס ווערן אַלץ שוואַכער

און אַלץ טיפער פאַרשעמט...


כ'געדענק און געדענק אַלץ

דער זכרון פאַרפירט מיך ניט...

ערגעצוואו אויפן וועג

צו דעם ווייטן היינט קרים

מאַמעס הענט די פאַרבראָכענע,

טאַטעס שטימען וואָס שטיקן זיך

און דאָס וואַסער אַלץ מעכטיקער

אין דעם ווירבל פאַרקרימט...


און עס פּייניקט ביז היינט

אָט־די שוואַרצע געדעכעניש,

כ'וואָלט זי ניט ווינטשן

אפילו די פיינד:

סאַראַ וויסט־ווילדע זעונג

צווישן וואַסער און טרוקעניש

צווישן וואָגל און וואָלקנס,

אויסדויער און פּיין.

No comments: