Wednesday, September 02, 2009

без знаков препинания




זי טאָר ניט וויסן

ווי שטאַרק, ווי טיף

טוט בענקשאַפט טריפן

אין דיין געמיט


צען טויזנט מאָל

געגאַרט, געקוועלט

מיט ניאַגאַראַ

פארטרערט די וועלט


צען טויזנט מאָל

געקושט, געגלעט

איר ליכטיק בילד

אין דיר צעהעלטס


סיי פונדערווייטנס

סיי איר דערנעבן

זי טאָר ניט וויסן

דו טאָרסט ניט פרעגן



No comments: