Saturday, September 12, 2009

Trzeba tańczyć, trzeba śpiewać



Trzeba tańczyć, trzeba śpiewać



פוילישע יאַטן און יאַטיכעס

פאַרשטעלטע פאַר יידן,

פאַר רויטבאַקיקע יידישקעס,

טאַנצן און זינגען און שרייען...


אַן עלטערער יאַצעק

אין טלית און תפילין

מיט אַ קינסטלעכער באָרד

וויגט זיך און וואַקלט זיך

מיט ניגונימס שיריים...


אַזויפיל ניט יידישע פּנימער

שלינגען און שלינגען

און שלינגען

דעם געוויין

פון צעכראַסטעטן פידל


און בלאָנדע קראַסאַוויצעס

האָפּסלען,

מיט פיסעלעך דריגען

און דריגען

און דריגען...


וואו ביסטו, פארשטעלטער וואַסיל?!

די וועלט די פאַרשטעלטע

וויל לאָזן דיך גריסן:

מיט דיינעם אַ ניגון,

מיט דיינס אַ טיף יידישן וואָרט,

מיט דיינעם אַ פּיזמון...


צי ביסטו שוין ווידער אַרויף

אין די הויכע היכלות

פון אויבן,

נאָר קאָנסט מער

ניט אומקערן זיך

אין די נידער

וואו ס'אייביקן שטויבן?


און סע טרייסלען זיך

ווילד און צום טאַקט

פאַלשע בערד, פאַלשע פּאות

מיט פאַרשוועכטע

טליתים,

בעת פון אויבן צעשטומט זיך

פון לעבן דער צרור,

פּראַווען אומעטיק לוסטיק

באַל מאַסקאַראַד –

די מתים.




No comments: