Thursday, October 29, 2009

etoia




אַיעדן טאָג –
דערזעסט אַ וועלט אַ נייע!

און טאָמער ניט קיין נייע,
איז זי
דען
ניט קיין וועלט?


און טאָמער זעסטו נאָר
דאָס נייע,
דאַן זי, די נייקייט בלינדע,
אַ גאַנצע וועלט
מיט זיך
פאַרשטעלט?


נאָר ס'טרעפט זיך אויך צומאָל –
דערזעסט דעם שוואַרצן
גאָרנישט

און ס'איז נישטאָ צו אים
קיין גראַם,
אפילו
אויף קיין האָר נישט!


און ווערסט דאַן
אויסגעשטעלט...









No comments: