Thursday, February 24, 2011

סאַראַ ניגון

ס'האָט אַ ניגון
זיך צעוויגלט
מלא טעם
און מלא חן

ביימער צווייגן
פריי זיך וויגן
ווי צום טאַקט
פון זיך אַליין

און דאָס ווינטל
ווי אַ הינטל
לאַשטשעט זיך
דיר צו די פיס

סאַראַ ניגון
סאַראַ ניגון
זיך צעוויגלט
ניט אומזיסט



No comments: