Sunday, February 13, 2011

bluming
---
by באריס קארלאוו on Monday, January 3, 2011 at 12:09pm



ס'האָט פּלוצים זיך צעשפּילט אַ זאַווערוכע
די הימלען האַלב פאַרחושכט, האַלב צעהעלט
דעם קאָטערס שמייכל שוועבט איבער די רוחות
און ס'וואַרפט זיך אין קדחת גאָר די וועלט

אַ קלייניקייט, צי וואָס?! דאָס יאָר, דאָס נייע
האָט איינגעריסן זיך אינמיטן שטיין און גיין
און אַלץ צעמישט, צעוויכערט אַלץ אויפסניי דאָ
די שטילקייט מיט געלעכטער, מיט געוויין

שפּילט, ווינטן, שפּילט אַ טראָוועריקס, אַ פריילעכס
די אַלטע וועלט זאָל ווידער ווערן יונג
און ווען זי'ט טענצלען מיט געזאַנג ר' אלימלכס
וועט ניט אויספעלן אויך קיין שאַרפן י"ש אַ שלונג

און פּלוצים ווערט דאָ אַלץ, שאַ־שטיל, אַנטשטוויגן
די שטילקייט האָרכן אַלע – קינד און קייט
בלויז ווייטע קוים דערהערטע שטערן רואיק וויגן
די הויכע שוואַרצע הימלען קאַלטערהייט





No comments: