Sunday, January 05, 2014

18 ספטמבר 2013





לאָמיר שפּילן אַ פילאָסאָפישן ראָמאַן:י
דו אויף מיין בענקל, איך אויף דיין דיוואַן

איך דיר – אַ קישן,י
דו מיר – אַ קיכל.י

דו מיר – אַ טרער, י
איך דיר – אַ טיכל. י

דו מיר – אַ שטעכל,י
איך דיר – אַ סטיכל.י

און ביידע אינאיינעם:י
– איך'ל, איך'ל, איך'ל!י

אַזוינס האָט נאָך ביי קיינעם
גאָר ניט געטאָן צו־קריכן!י

לאָמיר ביידע
פאַרפירן אַ ראָמאַן – י
אַ פילאָסאָפישן
אָן תרעומות, י
אָן גאַל, י
אָן נאָכווייענישן
קאַטאַסטראָפישע.י

און טאָמער ניט,י
איז אויך ניט געפערלעך – י
אַבי אונדזער ליבשאַפט
בלייבט
פילאָסאָפיש
י(ה)ערלעך.י




No comments: