Tuesday, January 21, 2014

טייערע ליכטעלעך

--



Photo
























טייערע פלאַטערלעך, ליכטעלעך, קלעטערלעך
איר האָט זיך פאַרקלערט דאָרט אַזוי
אין די ווייטינקע, ראַנדיקע, ערדישע נידערן 
אין דער חשכות – טיף טרייף דאָרט און רוי 

אָנגעשטעלט אויגן, אָנגעשפּיצט אויערן
דערבליקט מען, דערשפּירט מען בחוש
ווי אייער פאַרקלערטקייט טוט שטייגן
און דויערן טאַקע פון הודו ביז כּוש

,אין פלאַטערן אייערן, ניצוצותלעך, פייערלעך
טוט מען בפירוש דערהערן
די ליכט אומאויפהערלעכע
דעם געזאַנג אומגעהייערן
פון וועלטאַלס ווייט צערוואָרפענע שטערן

טאָ זאָל אייער קלעטערן
דורך חשכותן פעטערע
דורך תהומען פון שוואַרצן אומליכט
זיך קיינמאָל ניט מינערן
דאָרט אין די נידערן
ביים אויפהיטן דער וועלטס גלייכגעוויכט

No comments: