Wednesday, June 18, 2014

Regards from Narcissus








אַ גרוס פון נאַרציסן



*
מיין שוועסטערל, די קורצקייט,
טוט מיינע שורות איבערקלייבן,
אַז צו דער ערשטער יאׇרצייט
רק איינע זאׇל פאַרבלייבן.


*
אַלע פייגל זיך צעפלויגן?
אַלע ליבעס זיך צערונען?
אייסעך וואׇס!  ס'אי ניש געשטויגן!
ס'איז נאׇך פול דער אַלטער ברונעם...


*
אַַ גאַַנץ לעבן קלייבן שיימעס
צונויפלאַטענדיק אַ טעפּּיך
ס'זאׇלן שפּּיגלען זיך די הימלען  
אויפן ברייטסטן קרקע־שטח...


*
געגאַן פאַרביי אַן אַלטן צווינטער
אינמיטן בלי פון אׇנהייב זומער
און זיך דערמאׇנט אַז ביזן ווינטער
איז בלויז אַ קאַצנשפּרונג אַ שטומער.


*
טוסט אַ קוק: ניט אַלץ איז מעגלעך
ערגעצוואו ניט סטאַיען כוחות;
נאׇר דאׇס סמעיען פליען טעגלעך
טוט דיר ברענגען רק דערהויבנס.


*
אַ גרוס פון נאַרציסן,
ער לאׇזט אייך אַלע גריסן
פון זיך, פון דער ווייטן
אַבי עס געדענקען אים לייטן...


No comments: