Wednesday, June 18, 2014

VITA POETICA





וויטאַ פּאׇעטיקאַ


*
ס'איז אַ וועלט פון גאׇלע שקרים 
זיי האׇדעווען די וועלט פון אמת
מיט מעשיות, לידלעך און משלים,
מיט ראׇמאַנען און פּּאׇעמעס.

           
*
דריי אַזייגער, גאׇר פאַר פרי
ווען אַלע ברואים שלאׇפן
זינג שטיל אויסעט דעם "אף ברי"
צום נייעם טאׇג טו האׇפן...

*
ס׳איז שווער אויסצוזוכן די גראַמען
פאַר אַלץ וואׇס איז דאׇ און וואׇס פעלט
און דאׇך וויפל קלאַנגען ס׳פאַראַנען
אויף אׇט־דער צערעשיקטער וועלט.

*
גענוג שוין מיט אַלטע חאׇכמעס!
אַז קיין נייע נאׇך אַלץ ניטאׇ
ווערט דער מוח פאַרדאַרט, פאַרסאׇכניעט,
פאַרשטעלט זיך אינקאׇגניטאׇ...

*
ניט אַלץ וואׇס איז קורץ איז גוט,
ניט אַלץ וואׇס איז לאַנג – גאׇר שלעכט.
אַ חוצפּה איז לאוו דווקא מוט,
באַשיידנקייט זעלטן בלייבט עכט.

*
עס האׇבן די ווערטער אַ טבע
בעת דו טוסט פון זיי געניסן
צו פאַרלאׇזן נח'ס תיבה
ווי זייער אייגענעם געוויסן.



No comments: