אַלץ מעג האָבן
אַ קיום
– ביי מיר אין ליד
אַ בינטל שטרוי
אַ טראָפּן טוי
אַ טראָפּן טוי
אַ קויל וואָס גליט
,אפילו אַ שטיינדל
וואָס צווישן די פינגער
זיך חנדלט
אַ שאָרך פון ווינט
אַ שאָרך פון ווינט
,אינעם ברייטן
ווייטן קאָרנפעלד
ווייטן קאָרנפעלד
אַ טרער פון טינט
און אַ האַרץ וואָס קוועלט
און אַ האַרץ וואָס קוועלט
און אַ גאָלדענע פעדער
פון אַ פויגל אַ טשיקאַווען
און אַ בליק פון אַ קינד
וואָס פאַרלירט זיין מאַמע
– און אַלץ
וואָס פאַרמאָגט אַ האַרץ
און טוט בענטשן דעם קיום
מיט אַ טראָפּעלע פרייד
מיט אַ טראָפּעלע פרייד
פון סאַמע אינגעווייד
צום סיום
No comments:
Post a Comment