Tuesday, November 25, 2014





אַ געראָטן ליד
מוז אינמיטן פלי
פאַרמאָגן פייגעלעך אין בויך
און מיט זייער געזאַנג אין האַרצן
מעג עס אויך
שוועבנדיק טאַנצן –

ברייט צעפאָכנדיק די צווייגן
און אַלץ ווייטער און ווייטער
צעטרייבן
די קלוגע וואָלקנס
פונעם יאושדיקן שווייגן
אַזעלעכנס און אַזאָלכנס

און דעם רייטער
אויפן שפּיץ כוואַליע –
זאָלן אים דער כוואַליעס שוועסטער
גריסן אַלע
מיט אַ באַהאַרצטן יבוא ויעלה


No comments: