Wednesday, June 15, 2016

פּוילן תשע"ו

--

וואַרשע תשע"ו
אַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער וועלט
ניט זי דרשהט,
ניט זי שעלט...
די גאַסן ריינע –
וואָס ווייסן זיי
פון יענעם גיהנם,
פּיין און וויי?
היפּש הײַפל יידן
האָסט דערקענט
ביים טעאַטערס
שטומע ווענט...
די שטומקייט
עקט זיך
מיט פּוילישע רייד
אין יידישע מיילער
(ווי קאָן מען אָן זיי?!)
אַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער דריי...
קיין שוואַרצע קאַרשן...
אָן זיי, אָן זיי –
בלייבן די גרינע גאָר
אַליין.
   וואַרשע, איר תשעו


דירה בתחתונים 

דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויפן צלם:  

אין לאָדזש, אין לובלין אין גער און אין קראָקע
צעהענגט מען אויף ווענט איצט אַן אַנדער מין ייד
וואָס רק טוט ער ציילן געלטער, ממתקים,
מטבעות, באַנקנאָטן... אויף טריט און אויף שריט...
    

מ'גלייבט ער'עט ברענגען סיי גליק סיי עשירות
און דווקא אויף דער, אויף דער זינדיקער וועלט,
גראָד אין דער נידער פון זיין טאַטעשיס דירה
וואו גשמיות נישטיקע קיין צייט ניט פאַרפעלט.
    
איין ייד צוגעזאָגט האָט דאָס גליק אויפן הימל,
דער אנדערער כלומרשט בענטשט דעם יריד...
ווערסט צווישן די ביידע, אין רעשיק געווימל,
מיט יאַשטשערקעס לאַכנדיק – צעטראָגן און מיד.
   

דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויף דער וואַנט,
אַז דער ייד אויפן צלם האָט אויף אים זיך דערוואַרט...
Top of Form

ירושלים, סיוון תשע"ו

קאַזשימעזש

אויף דער אַלטער גאַס שעראָקע
אויף דער ברייטער גאַס פון קראָקע –
שפּיל און פרעס און פאַרגעניגן 
אויך שפּאַציר, געזאַנג און ניגון,
און אוודאי (מ׳קאָן דען אַנדערש?!) –
קלעזמערלעכע קאַראַאָקע

און צו־מאָל פון צווישן טויזנט
טוסט דערזען דאָ אויך אַ יידן
צווישן ווענט וואו שאָטנס הויזן
זיך צוזאַם מיט שטויב פון קלויזן,
און די גוטע געסט וואָס קריגן
שטיקלעך פיש און וויין און רויזן

גייסט פאַרביי און זאַמלסט שטויבן
און פאַרכאַפּסט וואָס מערער שאָטנס
האָפנדיק אַז דיין געדנקשאַפט 
ווי מיט שטיקלעך תלית־קטנס
וועט דערפרייען דאָרט אין אויבן
דעם באַשעפערס הוילע בענקשאַפט

אויף דער אַלטער גאַס שעראָקע
שוין נאָך מנחה, איידער מעריב
אויף דער ברייטער גאַס אין קראָקע
טוסט ניט קלאָגן און ניט לויבן
נאָר פאַרעקשנט, ווילסט איינבראָקן
ברעקעלעך ביטחון־שטויבן

נאָך דעם בראָך פון אַלע בראָכן

קראָקע, סיוון תשע"ו

No comments: