דעם
גייסט וועט אומקערן דער ווינט
וואָס
הוליעט לעבעדיק אַצינד
איבער
די בערג, איבער די קעפּ,
פאַרטשעפּעט
מיידלס שוואַרצע צעפּ
און
ווידער קערט זיך אום אַהיים
וואו
שמייכל דעקט־צו דעם געוויין,
וואו
ווייטער ווייען ווערט ער קראַנק,
בלויז
בלאָזן טוט ער טעמפּ אין קאַרק
און
אַלץ וואָס פלעג זיין פרעך און ווילד
ווערט
איינגעשטילטערהייט גאַנץ מילד
און
אויפן קאָפּ די האָר ניט רייס
דער
ווינט וועט אומקערן דעם גייסט
ביז
ס'וועט די זעלבע אַלטע שפּיל
זיך
אָנהייבן איבעראַנייס.
No comments:
Post a Comment