Saturday, February 18, 2017

לייענענדיק וועלוולס לידער




דאָס האַרץ – הָאָרץ
הלב – דער לייב
דאָס בלוט איז בולט
רויט
האדמה
איז אונדזער ערד
לחיים ביז צום טויט.

באשר באַשערטקייט
ליכט איז קלאָר;
בעת קיל ווערט קל
ויהי אור!

אַז דורך איז שווער
גאָר אָן אַן ערך
נעם שברי דרך
מיט זיך מיט.

 יהודיייד
טאָר ניט זיין מיד:
הָאָרץהאַרץ
הלבדער לייב
אפילו ווען דו קאָנסט ניט
גלייב,
לעבןליָד
אַ ליד

15טן פעברואר 2015

No comments: