Saturday, July 08, 2017

...שוין צו שפּעט צו שלאָפן

*


    שוין צו שפּעט צו שלאָפן,
    כאַפּ זיך, בעסער, אויף,
    נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,
    דײַן ליבער מוזעס רוף:

    "יעדער אַטאָם אָטעמט,
    יעדער שפּאַן זיך שפּינט
    צווישן שײַן און שאָטן,
    צווישן בלום און בין

    כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,
    מונטער שטעל זיך אויף
    ווערטער ווערן לידער,
    נשמהדיק – דער גוף."
              
    נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,
    זיך אָפּטרייסלען פון שלאָף
    קומסט דאָך דאָרט אַריבער
    צו חלום און צום סטראָף?
                           
    אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,
    אין טרוים פון מײַן געזאַנג
    איז וואָר אַליין צו ענג שוין
    צו לעשן דעם פאַרלאַנג –
            
    צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,
    מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,
    בעת ווײַטקייטן צעשיידן
    אונדז ביידן אָן אַ שיעור.  

    "גענוג, גענוג שוין שלאָפן",
    די מוזע רוימט מיר אײַן,
    גוטהאַרציק טוט זי האָפן
    אַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן.                                                                                                                           

No comments: