Monday, August 07, 2017

אויף דער פולער וואך



    קלאָר: די וועלט כ'וועל ניט דערגאַנצן
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    כ'וועל איר ניגונדל דערטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך...

    זאָל די וואָך מיט נײַע זאָרגן
    פליסן פראַנק און פרײַ
    יעדער פּאַ וואָס כ'טו איר באָרגן
    איז פאַרוואָר כדאי

    יעדער זשעסט און יעדע תנועה 
    זי זאָל פליען פלינק
    אין איר לויפן ס'זאָל ניט רוען
    אייביק דער באַדינג:

    אַז צום סוף פון אַלע סופן
    קומען זאָל אויפסנײַ
    פיבער שטראָם פון נײַע סטראָפן 
    ס'לעבן איז כדאי!

    ווײַל אין אָנהייב איז דער תכלית,
    ניט אין סוף, מײַן פרײַנד:
    נעכטן, מאָרגן זיך סך־הכלען
    אין דעם גרויסן הײַנט.

    קלאָר די וועלט וועסט ניט דערגאַנצן,
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    דו מוזסט איר ניגונדל אויסטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך.
    See More

No comments: