Thursday, August 31, 2017

פייסבוק זכרונות

דער פייסבוק
ברענגט זכרונות
דיגיטאַלישע,
צו־מאָל שאַ שטיל,
צו־מאָל מיט קולות
מיט געהאַלישע... 


און דו דערשפּירסט
ווי גיך פאַרבײַ שטראָמען
די וואַסערן
הגם קיין מינדסט טראָפּן
וועסט ניט פּסלען
און ניט אסורן

די וועלט די דיגיטאַלע,
זי איז זיכער ניט פאַר יעדערן,
דאָך אָפן ז׳איז פאַר אַלעמען
ווער ס׳וויל אין איר דערקלעטערן

צו זמנים דורך דער צײַטיקייט
פון נאָנטשאַפטן דערווײַטיקטע
פון נאַרישקייטן הײַנטיקע
צו שטותים פיל־באַטײַטיקע

איינשטימיק ניט איינזײַטיקע
 

No comments: