Wednesday, May 02, 2018

אויף ירושלמער געסעלעך

-


אויף די ירושלמער געסלעך



היינט פרי בייטאָג
געפונען כ'האָב
אויף פאַרגעלטע געסלעך
דעם נעכטיקן טאָג
וואָס דויערט גאָר
גאָר־גאָר
אומפאַרגעסלעך

אויפן גרינעם פּנים
פונעם אַלטן יידן
לאָזן זיך דערקאָנען
נעכטיקע יאַרידן

און – אַ וואונדער
אַז אויך היינט
– זידן זיי און רוישן

קינד־און־קייט
מיט יידענעס
וואָס טראָגן זיך מיט קוישן

און אַ טוץ בחורימלעך
קאַפּאָטעס, בערד און פאות
מראה־שחורה ליכטיקע
פאַרהיט קוים פון הפקרות

די פאַרגעלטע געסעלעך
איך בלעטער זיי
און בלעטער

און דער טאָג
דער נעכטיקער
אויך היינט
זיך ווייטער קלעטערט

איבער גוואַלד
און איבער צייט
צווישן ווענט
און צווישן לייט

אָט אַזוי געפונען כ'האָב
דעם אַלטן, טערפּקען
וואונדער־גאָב
דעם וואַנדער־גאָב
וואָס בלייבט

Sunday, February 20, 2005





-0:25

No comments: