-
עס
זענען דאָ לידער
וואָס
קומען אין דרייען
און
גלייך דיך פאַרדרייען
מאז
ועד־היום
אין
ווירבל פון צייטן
אין
אומרו פון בענקשאַפט
זיי
זאָגן אַז אַלץ וואָס 'עט זיין
איז
געווען שוין
עס
זענען דאָ ווערטער
וואָס
מאָנען און נאָגן
כאַפּן
ביים גאָרגל
און
אויפריכטיק זאָגן
אַז
אַלץ וואָס געווען שוין
'עט
נאָך איינעם פרימאָרגן
באַווייזן
זיך ווידער
אין
וועלטישן גאָרטן
עס
זענען פאַראַנען
אַזעלעכע
מעשים
וואָס
זין און געדאַנק
זיי
כלומרשט צעשמייסן
נאָר
ס'געזאַנג ווידער ס'טוט
אויפשטיין
תחית־המתים
ס'געזאַנג
פון אַמאָליקע
שעפער
קונדייסים
No comments:
Post a Comment