Wednesday, August 30, 2017

קורץ



.


כ׳זוך אַלץ דאָס בלעטל,
וואָס האָט באַדאַרפט
דאָ צאַפּלען.
זײַן אָפּהילך כ׳טו געפינען
ביי זיך אין
...
די שוואַרצאַפּלען.

עס מוז נישט זײַן קיין סוף
גענוג – ס׳איז דאָ אַן אָנהייב,
נשמה אינעם לײַב
טוט אייביקייט זיך קונה
זאָל זײַן
...
בלויז אויף אַ ווײַל
אַ ווײַל וואָס דויערט אייביק
כל זמן די רגע בלײַבט
אי קלאָר, אי רײַף, אי גלייביק.

מעשה ווערליבר



כאָטש דער גראַם איז מיר פיל ליבער
מוז מען דאָך אַמאָל
רעדן אויך מעשה ווערליבר
דײַטלעך אויף אַ קול

וועט די וועלט – איר גלי, איר פיבער –
אויסגעפינען פאָרט
אַז מיט קלאָר גערעדטע לידער
אומגראַם אויך זיך פּאָרט


נאָר דערווײַל, דערווײַל, דערווײַלע
פאַלט דיר אויס די קאָרט
זיך צו האלטן אין דער מעלה
פון איבערקלאַנג
צום וואָרט
 

איך בין... (פון "שפיגל-כתב", ירושלים, תשנ"ו / 1969, ז. 65) י


Thursday, August 24, 2017

סאָנעט

דו שרײַבסט פאַר די, וואָס זײַנען דאָ מיט דיר,
וואָס וואַרטן צו דערזען אַ גראַם אַ פרישן
ווי מ׳קוקט זיך אײַן אין גלאַנץ פון די אַפישן
אין שטאָט גערויש און אין געשוים פון ביר

דער שוים פאַרגייט, אַפישן ווערן אַלט,
נאָר ס׳ווערט ניט עלטער דער געברום פון רצון
אַז אויך דער סאַמע אומדערוואַרטסטער גראַם
זײַן אָנקום זאָל זײַן לעבעדיק געראָטן

דו זינגסט צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט
בפרט ווען זי גראָד מאַכט זיך כּלא־ידע
פאַרבײַט געזאַנג מיט שרײַענדיקער מאָדע
און דאָך האָסט דופק אירן ניט פאַרפעלט

טאָ זאָג און זינג בעת זאַפּסט אין זיך אַרײַן
דער וועלטס קאַפּריז, דעם עולמס ביסל שײַן

LikeShow more reactions
Comment
Comments
LikeShow more reactions
Reply6 hrs
Manage
באריס קארלאוו I blush and William pales 
LikeShow more reactions
Reply
1
6 hrs
Manage
באריס קארלאוו
א דאנק פון אונדז ביידן, אבי אין פריידן, אויף לאנגע יאר -- פון דור צו דור!
LikeShow more reactions
Reply
1
6 hrs

Monday, August 07, 2017

אויף דער פולער וואך



    קלאָר: די וועלט כ'וועל ניט דערגאַנצן
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    כ'וועל איר ניגונדל דערטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך...

    זאָל די וואָך מיט נײַע זאָרגן
    פליסן פראַנק און פרײַ
    יעדער פּאַ וואָס כ'טו איר באָרגן
    איז פאַרוואָר כדאי

    יעדער זשעסט און יעדע תנועה 
    זי זאָל פליען פלינק
    אין איר לויפן ס'זאָל ניט רוען
    אייביק דער באַדינג:

    אַז צום סוף פון אַלע סופן
    קומען זאָל אויפסנײַ
    פיבער שטראָם פון נײַע סטראָפן 
    ס'לעבן איז כדאי!

    ווײַל אין אָנהייב איז דער תכלית,
    ניט אין סוף, מײַן פרײַנד:
    נעכטן, מאָרגן זיך סך־הכלען
    אין דעם גרויסן הײַנט.

    קלאָר די וועלט וועסט ניט דערגאַנצן,
    סײַדן, אפשר, דאָך?.. —  
    דו מוזסט איר ניגונדל אויסטאַנצן
    אויף דער פולער וואָך.
    See More