Sunday, September 02, 2018

דו-דו-דו-דו (אַ סאָנעט פאַר דיר און איר)




באריס קארלאוו
May 19

גאָט אַליין באַשערט דיר מײַן יידיש ליד –
מאַכן ליכטיקער דײַן אינדערוואָכן,
צווישן יאָך וואָס מאַטערט, מידער פון מיד,
און דעם אומרו וואָס טוט אין דיר קאָכן.

גאָט אַליין ט׳באַשאַפן מיר דײַן געהער
מאַכן געראַמער מײַן איין־אַליינקייט,
כ'זאָל דערזען פונדערווײַטנס ווער איז ווער,
שעפּן טרייסט פון דײַן קלאָר־קלאָרער שיינקייט.

און ווען כ'רוף אַרויסעט: "ס'ניטאָ קיין גאָט,
ס'איז ניטאָ גאָר קיין יושר. אַלץ שימלט!.."
ווייסטו גוט, ס'ניט מער ווי אַ נאַרנשפּאָט
פון פאַרבאָרגענעם הימל וואָס דרימלט.

גאָט אַליין באַשענקט מיך מיט דיין געזיכט
כ'זאָל אין אים דערזען דײַן בליק און איר ליכט
.

מאך צו די אויגן






מאַך צו דײַנע כשרע אייגעלעך,
אָט קום איך צו־חלום צו דיר
אויסזינגען די לידער די אייגענע
נאָך איידער כ'לאָז זיי אויף פּאַפּיר.
אַ בראָך, דו געטרויסט מער מײַן ניגון ניט,
נאָר עס ציט דיך צו הערן מײַן קול
אין טיפקייט וואָס פליט מיט אַ וויגליד מיט
צום באַרגשפּיץ אַרויף פונעם טאָל

ווי קורץ קאָן אַ ברכה געדויערן,
ווי גיך טוט אויסרינען דאָס גליק?..
די אויגן מאַך צו. אין די אויערן
ס'זאָל קלינגען די שענסטע מוזיק.

גערעכט איז געווען יענער טראַגיקער,
פאַרשמייכלט, אַז אַלץ איז אַ שפּיל...
די נשמה פאַר דיר זינגט אַ נאַקעטע:
דאָס גרעסטע געווינס ס'האָט פאַרשפּילט

מאַך צו דײַנע כשרע אייגעלעך,
כ'דערטראָג זיך אין חלום צו דיר
כ'זינג אויס דיר די לידער, מײַן איידעלע,
נאָך איידער כ'לאָז זיי אויף פּאַפּיר
.

פייגל געזאנג






אַמאָל קומען די פייגל
צו־פליען צוריק.
אַמאָל, מאַכט זיך אויך,
גאָר פאַרקערט.
פאַרצווייפלט, אויף צווייגן, 
וואַרפסטו אַ בליק:
צי זיי האָבן קריק זיך געקערט
וואָס פייגל? ווען פייגל?
די שעה ווערט שוין שפּעט,
דאָס וואַרטן קאָן דויערן לאַנג...
נאָר ס'קלינגט אַלץ אין דיר –
ניט אויסגעשעפּט
דאָס קוואַליקע
פייגל־געזאַנג
.

מיר זיצן און ווארטן




May 8

מיר זיצן און וואַרטן...
אויף וועמען?
אויף אים ער זאָל קומען
אַהער.
איז וואָס זשע,
ער וועט דען
צונעמען
דעם ווייטאָג,
די פּיין,
דאָס געוויין?

.
מיר שטייען און וואַרטן...
אויף וועמען?
אויף איר זי זאָל קומען
צו־גיין.
איז וואָס זשע,
זי וועט דען
פאָרשעמען
די לעצטע
צעשטויבטקייט
פון שטיין?
.
ווי לאַנג קאָן מען
גלאַט אַזוי וואַרטן,
כ’פאַרשטיי ניט
פון דאַנען אַהין,
מיר זיצן,
מיר שטייען,
ס'ווערט האַרבער
דער אומזין
און זין
פון דעם דין.
.