Tuesday, February 12, 2008

האַרץ־ווייטאָג


-








ס'קלאַפּט דאָס האַרץ גלייך ווי ס'וואָלט זיך געריסן אין דרויסן
פון דער שמאָלינקער שטייג פון דיין קליינינקער וועלט
און דאָס האַסטיקע קלאַפּן, דיין אומרו דיין גרויסער
מאָנען און טאָרען: וואס פעלט דיר? וואָס פעלט?..

עס פאַרפעלט דיר שוין אָטעם, די שטערן – פאַרזשמורעט
קוקן־אָן קוים מיט ביטול ווי דו האָסט זיך פאַרפעלט,
ניט דערענדיקטע בלייבט אין די לונגען די שורה,
וואָס געזאָלט האָט צעפּויקן דיין ליבשאַפט צעקוועלט...









Sunday, January 20, 2008

ווינטערבליקן

דער געפערלעכער פראָסט
וואָס האָט בייזלעך פאַרקאָוועט די וועגן,
ווי־אַזוי זאָל מען אים
דאָ צעווייקן, צעשמייכלען,
צעשמעלצן,
אַז מיט טויבן פאַרדראָס
ווערן טייערע בליקן פון לעבן
איינגענורעט טיף־טיף
אין פאַרצייטיקע פּעלצן?

און סע דאַכט: אומעטום,
אונטער שנייאיקן קראַך זיך פאַרוואַלגערט
האָט דער לעצטער פאַרזיי,
אויסגעשטעלט שוין
אינגאַנצן
אויף אומברענג...
קענען פאָרט דען אויף אייביק
פאַרפרוירן גיין הייסע פאַרלאַנגען
צווישן ווינטערשע ווייטן
פון ווייסן, פאַרכמורעטן אומעט?

ס'מאַכט ניט אויס וואָס סע דאַכט,
אַבי־נאָר צו קיין וואָרער ממשות
זאָלן גאָרניט דערגיין
אָט דער גליווער פון קעלט,
אָט די ווינטישע האַרבע זאַווייען,
ווייל אַ תליה און שייטער
שוין שטייען פאַרגרייטע
פאַר דעם פראָסטיקן המן־הרשע
און די בליקן וואָס טליען
וועלן ווידער אַ פלאַקער טאָן
ברייטער.

Sunday, November 25, 2007

באַגער

-











קום, קום אַהער,
באַגער,
וואָס האָסטו זיך אַזוי
צעכראַסטעט,
אַז יעדע אַבי ווער
גלעטסטו מיט בליקן
האַסטיק
און ווילסט ניט דרעמלען
מער,
ניט שלומערן, ניט שלאָפן,
רק ווילסט די אויגן
דיינע
צעפּראַלט האַלטן
און אָפן?!

קום, קום אַהער,
כאָטש אויף אַ וויילע
שטעל זיך אָפּעט,
צי שפּירסטו ניט
די צייט
ווי זי גייט אויס
אַ טראָפּן
נאָך אַ טראָפּן?
און דו אַלץ כאַפּן
בליקן
זיך זאַנאַדיעט
ווי זעמדלעך
אויסגעטרוקנטע
פון ווינט געיאָגטע
איבער וואַדי!

נאָר פאָרט,
צוריקגערעדט,
פון יעדן
זשעדנעם
בליק דיינעם
עס אָטעמט
דער גרונטיקער
פאַרקער
וואָס מאַכט די וועלט
אַלץ מער געראָטן,
דער ליכטיקער געבאָט
וואָס מאַכט אורוועלטן
יינגער,
קום, קום אַהער,
באַגער,
מיט אַלע דיינע זיבן פינגער.


Saturday, November 03, 2007

אורבאַנישקייט

-









געוואָלט זינגען לידער אורבאַנישע
אַזעלעכע פאַרבויטע און באַראַבאַנישע
אַזעלעכע פאַרגרויטע און באַטראָטענע
אין אַספאַלט און וויטרינעס איינגעקנאָטענע

געוואָלט שאַפן פערזן ריין שטאָטישע
פעסט פאַרפּאַנצערט אין גראַמען כאַאָטישע
שאַרף צעווירעט אין זיגזאַגן בעטאָנענע
שטאַרק אין דראָטן־מאָטאָרן פאַרטאָנענע

נאָר אינמיטן דערינען: אַ ביימעלע
ווייט פאַרטריבן
פון וואַלד און פון פעלד, אַליין
וויסט פאַרבליבן
אינמיטן דער נאַרישקייט
פון באַרבאַריש געיעג
נאָך אורבאַנישקייט

Friday, November 02, 2007

געדענקשאַפט

-




אויסשטעלונג: בילדער פון פּוילישע יידן






די בענקשאַפט
,האָט פיל פּנימער
פיל פּנימער און בליקן
וואָס יעדערער קען יעדעמען
דערשטוינען און דערשטיקן
,נאָר דו
,דו זאַמלסט פּנימער
,היטסט זייער טאָן און ניגון
אַז ס'זאָל שוין קיינער
קיין מאָל מער
זיך ווידער ניט צעקריגן
.מיט געדענקשאַפט